מילות השיר: וואס זאל איך טון אז איך קען נישט לערנען, איך ווער פארשעמט ווען מ'קומט פארהערן. אלע חברים קענען אזוי פיין, בער מיין פארשטאנד איז זייער קליין. שוין טויזנט מאל האב איך פרובירט, אבער עס האט זיך גארנישט גערירט. א תלמיד חכם וועל איך קיינמאל נישט זיין, באשעפער איך וויל אויך זוכה זיין. אבער באמת איז אן עצה פארהאן, אזוי זאגט דער רבי אין שיחות הר"ן. זאגן די ווערטער איז אזא גרויסע זאך, אפילו דו פארשטייסט נישט קיין איין זאך. דער רבי זאגט דו דארפסט זיך נישט פלאגן, נעם א משניות און הויב אן זאגן. הויב אן זאגן די ווערטער ווי א קליין קינד, די ווערטער פון תורה רייניגט דאך פון זינד. זאג א פרק און נאך א פרק, דאס וועט דיר ברענגען צום באשעפער צוריק. בעט דעם באשעפער אז דו ווילסט פארשטיין, ווייל נאר תורה מאכט דעם מענטש ריין. רבונו של עולם האב רחמנות, נעם מיך שוין ארויס פון מיין גלות. נעם א משניות און הויב אן לערנען, אן ערליכער איד וועסטו ווערן. מנויי אתרוג ורימון? תוכלו לצפות בסרטון כאן |